Jiddisch – Yiddish – יידיש

 

Rätt att välja איז אַ שטיץ־טעלעפֿאָן פֿאַר אײַך וואָס לעבט מיט כּללים און פֿאָדערונגען מיט שײַכות צום באַשיצן דעם שם אָדער דעם כּבֿוד פֿון אײַער משפּחה. סע קען זיך למשל האַנדלען וועגן דעם וואָס עמעצער האָט אײַך קאָנטראָלירט, באַדראָט אָדער גוואַלדיק באַהאַנדלט.

אונדזער אַרבעט איז צוצוהערן אויף אײַך, געבן אײַך שטיץ און אויך אינפֿאָרמירן אײַך װעגן װוּ איר קענט קריגן הילף.

ס’איז בחינם אונדז אָנצוקלינגען און מע קען זײַן אַנאָנים.

דער דינסט איז אָפֿן יעדן טאָג 21-7 אַ”ז. קלינגט אָן 020-577070 אָדער באַזוכט rattattvalja.se

מיר רעדן שוועדיש, נאָר קענען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַן איבערזעצער אויב נייטיק.